BIBLIOTHECA AUGUSTANA

 

Avrom-Nokhem Shtentsl

1897 - 1983

 

a freylekhs

 

1928

 

kval: The Mendele Review

Vol. 12.020, 26 November 2008

 

_______________________________________________________________________

 

 

 

a freylekhs

(farfast in Berlin 1928)

 

אַ פֿרײלעכס

(אָפּגעדרוקט לכּבֿוד דעם זײדן)

 

און דער זיווג איז עולה־יפֿה געװען

און ס׳איז געבױרן געװאָרן אַ יונג

לתורה ולחופּה ולמעשׂים־ טובֿים;

אַ יונג מיט אַ פּאָר פּלײצעס,

5

מיט אַ פּאָר ידים, 

אַ פּאה אַ צעפֿלאַשעטע, פּאָ־קאַזאַצקעמו,

מיט אַ שפּריץ פֿון צװישן די צײנער, 

אַז דער רוח זאָל׳ס נעמען!

 

און װער האָט דאָס געקענט רעכענען,

10

זעענדיק דאָס פּאָרל אונטער דער חופּה, 

דאָס גרוגרת דער צדוקל,

מיטן אָפֿענעם גרגרתל,

מיטן כּסדרדיקן הוסטעלע און ניסטעלע –

יעמוד הבחור החתן הדומה למלך 

15

ר׳ אליהו בחור מפּרשת נצבים־וילך!

 

און זי מיט כּשרן גױדערל,

מיטן געטרײבערטן, אױסגעדײװערטן;

שױן אײנעם באַגראָבן אױף נאַסע מערידן,

אײנעם אױף אַ טרוקן הוסטעלע,

20

און איצט װיל זי אים נאָך באַגראָבן,

אָט אַזױ װי ער שטײט און גײט,

װײַל ס׳פֿעלט איר נאָך גראָד אױס

אַ ציבעלע אין פֿיש־פֿענדל אַרײַן, 

אין איר"תּחינה של שׂרה בת־טובֿים".

 

25

בשעת מגפֿה איז עס געװען,

אין דרױסן טאַקע אױפֿן אַלטן בית־חײם,

פּדהצור מיט זײַן װאַזשנע קאַפּעליע

האָט ממש װעלטן געקערט׃

"דרשה־געשאַנק מהמפֿורסם והגבֿיר,

30

װאָס האָט כּבֿוד און גדולה אָן אַ שיעור.

 

אָ, און יענער טראַסק מנחם־מענדלס איבערן טיש!

אַז ס׳גאַנצע ביסל משקה האָט זיך אױסגעכלעבערט,

ס׳גאַנצע ביסל שדחנות־מינץ נעבעך 

האָט זיך צעשיט, װוּ װעלט האָט אַן עק!

35

און געשריגן האָט ער,

װי מ׳װאָלט אים די קאַפּאָטע געקױלעט,

אַז ס׳איז אַ צער געװען צו צוהערן און צו צוזען. 

 

און דער צולהכעיסניק, דער ימח־שמוניק,

דער פֿאָנפֿעװאַטער, כלאָיעװאַטער,

40

מיטן הױקער, מיטן גאָרנדיקן 

פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן,

דער פּיסקעװאַטער, קולעוואַטער,

אױספּױקנדיק אױפֿן מיקווה-שעפֿל, 

אַלעמען אױף צעפּוקעניש׃

45

"צדקה תּציל ממוות! צדקה תציל ממוות!"

אַז אַ רוח אים אין די בײנער אַרײַן!

 

װער געדענקט דאָס נישט די חופּה דעמלט

װי אליהו בחור האָט אױסגעלײכעצט זײַן "הרי־את"

און שׂרה בת־טובֿים איז צעגאָסן געװאָרן

50

אין טײַכן פֿון טרערן,

און געצױגן האָט עס זיך

פֿון ים־סוף ביז צו דער װײַסל.

 

אָ, די מומע יאַכנע מיטן געפֿלאָכטענעם קױלעטש,

מיט די פֿרומע צעשנורעװעטע ליפּלעך,

55

האָפֿערדיק און פֿרײלעך 

טאַנצט אַ "טױער" פֿאַר חתן־כּלה!

און אונדזער טובֿיה, אַַ בגילופֿנדיקער

מיט פֿאַנאַנדערגענומענע צװײ פּאָלעס,

מיטן אױפֿגעהױבענעם מילכיקן בערדל,

60

אַ צעפּלאַָשעטס און שיקלדיקס אין דער זײַט,

קנאַלט צו מיט דער ביציסקע, מיט דער געדרײטער. 

 

װער געדענקט דאָס נישט די חופּה דעמלט!

װי אַלע נשמות הקדושים והטהורים.

װי אַלע אײַנגעפֿאַלענע מצבֿות און קבֿרים,

65

דער גאַנצער בית־עולם פֿול ליכט און הבֿדלות –

באָנטשע, האַלטנדיק די חופּה־שטאַנגען,

קנײַפּט שױן שטיקער בולקע פֿון טאַש אַרױס!

 

און דער בעל־מסדר־קידושין ר׳ שלמה

גרױס און זילבערן און צעפֿלאַקערט,

70

מיט פֿולן כּוס אין דער האַנט,

מיט אױגן צעפֿינקלטע איבערגײענדיקע – –

– – – – – – – – – – – – – – – – – –

– – – – – – – – – – – – – – – – – –

אָ, חתן־כּלה אונטער דער חופּה דעמלט!

ר׳ אליהו בחור האָט געטון טון אַ הײב

דאָס פֿיסעלע, דאָס כּשל־ברכדיקע,

75

און אַ דריבנע טריטעלע געגעבן,

אַ גאַנץ דריבנע, דריבנע טריטעלע, 

און געבראָכן דאָס חופּה־גלעזל.

 

מזל־טובֿ!

מזל־טובֿ!!

80

מזל־טובֿ!!!

און דער זיװג איז עולה־יפֿה געװען 

און ס׳איז געבױרן געװאָרן אַ יונג

לתּורה ולחופּה ולמעשים־טובֿים,

אַ יונג אַ גבֿר,

85

אַ פּאָר פּלײצעס משכמו ולמעלה! 

מיט אַ שפּריץ פֿון צװישן די צײנער,

אַז דער רוח זאָל׳ס נעמען!