Khave Rozenfarb
1923 - 2011
Aroys fun gan-eydn (oysklayb)
Landshaft (z. 103)Kind (z. 115)A kleyd far mayn kind (z. 116-117)
Tekst: Aroys fun gan-eydn, Tel-Aviv: Peretz farlag, 1965Kval: Digital Yiddish Library (Yiddish Book Center)
|
|
_______________________________________________________________________
|
|
Landshaft
S'knit a verbe in mayn harts.Ire tsvaygn zaynen bloyUn mayn trer, vos nemt dikh oyf,Iz der verbes tfile - toy.
S'flist a taykh adurkh mayn harts,Iz zayn vaser: zilber-zayd,Un mayn hant, vos glet dayn kop,Khvalyet oys zayn shtile freyd.
S'tsit a ployt zikh um mayn harts,Firt durkh im a kleyne tirUn mayn moyl, vos oyf dayn moyl -Kusht a stezhke oyf far dir.
S'shteyt a khate in mayn hartsUn zi shlist di rege ayn -Lozt nor mikh tsu dir aroys,Lozt nor dikh tsu mir arayn.
―――――
Kind
A mol hobn blumen geblitAzoy bleykh af mayn shtubikn fenster –Haynt blit af lip fun mayn kindFun shmeykhlen, der shmeykhl der shenster.
A mol hob ikh lider geshpintUn der nign – a koym, koym geherter.Haynt iz mayn nign – a kindUn mayn shvaygn zingt heler fun verter.
A mol hob ikh freydn gezukht –Un haynt kum ikh freydn tsu gebnTsum groysn bloy-oygikn likht,Vos shprayzt durkh der leng fun mayn lebn.
קינד
אַ מאָל האָבן בלומען געבליטאַזױ בלײך אױף מײַן שטוביקן פֿענסטער –הײַנט בליט אױף ליפּ פֿון מײַן קינדפֿון שמײכלען, דער שמײכל דער שענסטער.
אַ מאָל האָב איך לידער געשפּינטאון דער ניגון – אַ קױם, קױם געהערטער.הײַנט איז מײַן ניגון – אַ קינדאון מײַן שװײַגן זינגט העלער פֿון װערטער.
– אַ מאָל האָב איך פֿרײדן געזוכטאון הײַנט קום איך פֿרײדן צו געבןצום גרױסן בלױ־אױגיקן ליכט,װאָס שפּרײַזט דורך דער לענג פֿון מײַן לעבן.
―――――
A kleyd far mayn kind
Ikh volt dir ufgeneyt a kleyd, mayn kind,Fun loyterer, tyulener freydUn volt dayn kop batsirt mit a hutFun tseshmeykhltn, zunikn zayd.
Ikh volt dir ongeton a por pantoflFun durkhzikhtikn, shvebndikn glozUn volt dikh aroysgelozn fun mayn tirMit buketn fun tsuzog, fun grin un fun roz.
Iz ober droysn azoy kalt, mayn kind,Un s'loyert af dir droysn a hefkerer vint.Er vet tseflikn dos tyulene kleydl fun freyd,Bakhlyapet vet vern dayn hitl fun zuniker zayd.
Tseshplitern veln di shikhlekh fun dininkn gloz,In blote vet lign der tsuzog fun grin un fun roz.Shoyn her ikh fun vaytn dayn hilfloz, dayn kindish geveyn:Mamele, loz mikh nit iber aleyn!
Volt ikh dir ufgeneyt a kleyd, mayn kind,Fun mayn eygenem tunkeln tsarUn dir ibergenitshevet mayn hut fun derfarungTsu bashirmen dikh fun der gefar.
Volt ikh dir ongeton mayne eygene shikh,Gekovete mit negl fun shtekhiker payn,Un volt dikh aroysgelozt fun mayn tirMit a tashlomp fun khokhme, fun visndikn shayn.
Iz ober droysn azoy kalt, mayn kind,Un s'loyert af dir droysn a hefkerer vint.Er vet tseflikn dos faldike kleyd fun mayn tsar,Antbloyzn dayn buzem far pakhed, dayn kop far gefar.
Un zinken veln di negldike shikh in a zumpiker nets.Der tashlomp fun khokhme vet vern dos oyg fun a lets…Shoyn her ikh fun vaytn dayn hilfloz, dayn kindish geveyn:Mamele, loz mikh nit iber aleyn!
Aza shlimazldike neytorin dayn mame,Ken keyn kleyd nit neyen far ir kind.Shtekht un shtekht un tseblutikt bloyz ir eygene neshomeUn ir kop farnarisht un ir oyg farblindt.
O, alts vos kh'ken dir ufshtekhn, mayn likhtik goldn kind,Iz a layvnt hemd fun libshaft, gornit mer.Alts vos kh'ken dir mitgebn – iz brokhesIn a heyser shol fun mayns a trer.
Un lozn in droysn, kind, muz ikh dikh lozn aleyn.Efsher in hemdlekh fun libe iz laykhter tsu lernen zikh geyn.Zits ikh un shtekh un ikh shtekh tsvishn shtubike ventUn s'flatert in mir dos harts un s'tsitern bay mir di hent.
אַ קלײד פֿאַר מײַן קינד
איך װאָלט דיר אױפֿגענײט אַ קלײד, מײַן קינד,פֿון לױטערער, טיולענער פֿרײדאון װאָלט דײַן קאָפּ באַצירט מיט אַ הוטפֿון צעשמײכלטן, זוניקן זײַד.
איך װאָלט דיר אָנגעטאָן אַ פּאָר פּאַנטאָפֿלפֿון דורכזיכטיקן, שװעבנדיקן גלאָזאון װאָלט דיך אַרױסגעלאָזן פֿון מײַן טירמיט בוקעטן פֿון צוזאָג, פֿון גרין און פֿון ראָז.
איז אָבער דרױסן אַזױ קאַלט, מײַן קינד,און ס'לױערט אױף דיר דרױסן אַ הפֿקרער װינט.ער װעט צעפֿליקן דאָס טיולענע קלײדל פֿון פֿרײד,באַכליאַפּעט װעט װערן דײַן היטל פֿון זוניקער זײַד.
צעשפּליטערן װעלן די שיכלעך פֿון דינינקן גלאָז,אין בלאָטע װעט ליגן דער צוזאָג פֿון גרין און פֿון ראָז.שױן הער איך פֿון װײַטן דײַן הילפֿלאָז, דײַן קינדיש געװײן:מאַמעלע, לאָז מיך ניט איבער אַלײן!
װאָלט איך דיר אױפֿגענײט אַ קלײד, מײַן קינד,פֿון מײַן אײגענעם טונקעלן צעראון דיר איבערגעניטשעװעט מײַן הוט פֿון דערפֿאַרונגצו באַשירמען דיך פֿון דער געפֿאַר.
װאָלט איך דיר אָנגעטאָן מײַנע אײגענע שיך,געקאָװעטע מיט נעגל פֿון שטעכיקער פּײַן,און װאָלט דיך אַרױסגעלאָזט פֿון מײַן טירמיט אַ טאַשלאָמפּ פֿון חכמה, פֿון װיסנדיקן שײַן.
איז אָבער דרױסן אַזױ קאַלט, מײַן קינד,און ס'לױערט אױף דיר דרױסן אַ הפֿקרער װינט.ער װעט צעפֿליקן דאָס פֿאַלדיקע קלײד פֿון מײַן צער,אַנטבלױזן דײַן בוזעם פֿאַר פּחד, דײַן קאָפּ פֿאַר געפֿאַר.
און זינקען װעלן די נעגלדיקע שיך אין אַ זומפּיקער נעץ.דער טאַשלאָמפּ פֿון חכמה װעט װערן דאָס אױג פֿון אַ לץ…שױן הער איך פֿון װײַטן דײַן הילפֿלאָז, דײַן קינדיש געװײן:מאַמעלע, לאָז מיך ניט איבער אַלײן!
אַזאַ שלימזלדיקע נײטאָרין דײַן מאַמע,קען קײן קלײד ניט נײען פֿאַר איר קינד.שטעכט און שטעכט און צעבלוטיקט בלױז איר אײגענע נשמהאון איר קאָפּ פֿאַרנאַרישט און איר אױג פֿאַרבלינדט.
אָ, אַלץ װאָס כ'קען דיר אױפֿשטעכן, מײַן ליכטיק גאָלדן קינד,איז אַ לײַװנט העמד פֿון ליבשאַפֿט, גאָרניט מער.אַלץ װאָס כ'קען דיר מיטגעבן ― איז ברכותאין אַ הײסער שאָל פֿון מײַנס אַ טרער.
און לאָזן אין דרױסן, קינד, מוז איך דיך לאָזן אַלײן.אפֿשר אין העמדלעך פֿון ליבע איז לײַכטער צו לערנען זיך גײן.זיץ איך און שטעך און איך שטעך צװישן שטוביקע װענטאון ס'פֿלאַטערט אין מיר דאָס האַרץ און ס'ציטערן בײַ מיר די הענט. |