BIBLIOTHECA AUGUSTANA

 

Itsik Manger

1901 - 1969

 

shtern in shtoyb

 

a zamlung fun a 50 bakante un 20 naye lider, aroysgegebn

tsuzamen mit frier publikirte fartaytshungen; Nyu-York 1967

 

tsvey lider

ovntlid

«shtiler ovnt. tunkl-gold. / ikh zits baym glezl vayn.»

Maydanek

«der alter Elyohu-Hanovi / glet di hoyfns ash»

 

zamlung un redaktsye fun di tekstn:

Heinrich Mohringer

 

_______________________________________________________________________

 

 

 

tsvey lider

– Dr. A. Singalovski a matone

 

ovntlid

 

shtiler ovnt. tunkl-gold.

ikh zits baym glezl vayn.

vos iz gevorn fun mayn tog?

a shotn un a shayn –

zol khotsh a rege tunkl-gold

in mayn lid arayn.

 

shtiler ovnt. tunkl-gold.

an alter groer yid

davnt frum avek dem shtoyb

fun dem yor-yarid –

zol khotsh a murml fun dem yid

arayn tsu mir in lid.

 

shtiler ovnt. tunkl-gold.

vint, velt-oys velt-ayn.

mayn troyer vos gevezn vakh

shloft vi a hindl ayn –

zol khotsh an otem fun dem shlof

in lid tsu mir arayn.

 

shtiler ovnt. tunkl-gold.

a zumer-foygl flit

mit fligl zayne gro un gold

avek in «got bahit» –

zol khotsh a tsiter fun zayn fli

arayn tsu mir in lid.

 

shtiler ovnt. tunkl-gold.

ikh zits baym glezl vayn.

vos iz gevorn fun mayn tog?

a shotn un a shayn –

zol khotsh a rege tunkl-gold

in mayn lid arayn.

 

 

Maydanek

 

der alter Elyohu-Hanovi

glet di hoyfns ash

mit shtile troyerike finger:

– oy gotenyu ti nash!

 

nishto mer keyn seyder in Poyln,

vet er do eyner aleyn,

mit tseshoyberte bord un peyes

an eybiker denkmol shteyn.

 

 

 

צװײ לידער

– ד"ר אַ. סינגאַלאָװסקי אַ מתּנה

 

‫אָװנטליד

 

שטילער אָװנט. טונקל־גאָלד.

איך זיץ בײַם גלעזל װײַן.

װאָס איז געװאָרן פֿון מײַן טאָג?

אַ שאָטן און אַ שײַן –

זאָל כאָטש אַ רגע טונקל־גאָלד

אין מײַן ליד אַרײַן.

 

שטילער אָװנט. טונקל־גאָלד.

אַן אַלטער גראָער ייִד

דאַװנט פֿרום אַװעק דעם שטױב

פֿון דעם יאָר־יריד –

זאָל כאָטש אַ מורמל פֿון דעם ייִד

אַרײַן צו מיר אין ליד.

 

שטילער אָװנט. טונקל־גאָלד.

װינט, װעלט־אױס װעלט־אײַן.

מײַן טרױער װאָס געװעזן װאַך

שלאָפֿט װי אַ הינדל אײַן –

זאָל כאָטש אַן אָטעם פֿון דעם שלאָף

אין ליד צו מיר אַרײַן.

 

שטילער אָװנט. טונקל־גאָלד.

אַ זומער־פֿױגל פֿליט

מיט פֿליגל זײַנע גראָ און גאָלד

אַװעק אין «גאָט באַהיט» –

זאָל כאָטש אַ ציטער פֿון זײַן פֿלי

אַרײַן צו מיר אין ליד.

 

שטילער אָװנט. טונקל־גאָלד.

איך זיץ בײַם גלעזל װײַן.

װאָס איז געװאָרן פֿון מײַן טאָג?

אַ שאָטן און אַ שײַן –

זאָל כאָטש אַ רגע טונקל־גאָלד

אין מײַן ליד אַרײַן.

 

 

מײַדאַנעק

 

דער אַלטער אליהו־הנבֿיא

גלעט די הױפֿנס אַש

מיט שטילע טרױעריקע פֿינגער:

– אױ גאָטעניו טי נאַש!

 

נישטאָ מער קײן סדר אין פױלן,

װעט ער דאָ אײנער אַלײן,

מיט צעשױבערטע באָרד און פּאות

אַן אײביקער דענקמאָל שטײן.

 

kval: National Yiddish Bookcenter